אנדן
From Wikipedia, the free encyclopedia
די אַנדן זענען א בערגקייט דורכאויס דעם מערב בארטן פון דרום אמעריקע. זיי ציען זיך מער ווי 7,000 ק"מ/ 4,400 מייל פון דרום ארגענטינע און טשילע ביז צפון קאלאמביע. די אנדן זענען די לענגסטע בערגקייט אין דער וועלט, און די צווייטע העכסטע נאך די הימאלייאס.
דער העכסטער שפיץ אין די אנדן איז בארג אקונקגוא (אין ארגענטינע), מיט א הויך פון 6,960 מעטער.