זאלצבורג
From Wikipedia, the free encyclopedia
זאַלצבורג (דײַטש: Salzburg; בייעריש: Såizburg) איז די פערטע גרעסטע שטאט אין עסטרייך און די הויפטשטאט פונעם פעדעראלן לאנד זאלצבורג. די שטאָט ליגט געציילטע קילאמעטער פון דעם גרענעץ מיט דײַטשלאַנד, אין א אונטערשייד פון 150 קילאמעטער מזרח פון מינכן, און 300 קילאמעטער מערב פון וויען. טראץ איר באשיידענער גרייס (152,000 איינוואוינערס), זאלצבורג פארעכנט זיך אלס איינער פון די מערסטע באזוכטע שטעט אין אייראפע און אלס איינער פון די שענסטע.
|
די שטאט געפינט זיך אין א דורכשניטלעכן הייך פון 400 מעטער איבער דעם ים פלאך, און צופיסנס פונעם צפונ'דיגן חלק פון די אלפן בערג. דער שפיץ פון דעם "אונטערסבערג" בארג (דייטשיש: Untersberg), וועלכער דערהייבט זיך צו א הייך פון 1,972 מעטער, געפינט זיך אין א אונטערשייד פון געציילטע קילאמעטער פונעם שטאט'ס צענטער. דרום פון דער שטאט געפינען זיך די בארגאראפן פון די אלפן, און צפון פון דער שטאט א פלאכער געגנט. אין דעם צענטער פון דער שטאט פליסט דער "זאלצאך" טייך (דייטשיש: Salzach), וועלכער גיסט זיך אריין אין דעם "אין טייך" (דייטשיש: Inn), און דער "אין" גיסט זיך אריין אין דעם דוניי. זאלצבורג איז א מולטי-קולטורער שטאט. אומגעפער א פיפטל פון אירע איינוואוינערס זענען נישט עסטרייכער. די מערהייט פון די פרעמדע דארט קומט פון טערקיי און יוגאסלאוויע. אין זאלצבורג עס זענען פאראן צוויי אוניווערסיטעטן, און דריי אקאדעמיעס וואו עס לערנען 16,000 סטודענטן, וואס זענען איבער א צענטל פון דער שטאט'ס באפעלקערונג.