יופיטער
From Wikipedia, the free encyclopedia
יופּיטער (העברעיש: צדק; ענגליש: Jupiter; סימבאל: ) איז דער פינפטער פלאנעט פון דער זון, און דער גרעסטער פלאנעט אין דער זון סיסטעם. יופיטער ווערט גערעכנט אלס א גאז ריז (צוזאמען מיט סאטורן; די אנדערע ריז פלאנעטן, אוראנוס און נעפטון, זענען אייז ריזן). די מאסע פון יופיטער אין איין טויזנטל פון דער זון, אבער צוויי און א האלב מאל ווי אלע אנדערע פלאנעטן אין דער זון סיסטעם צוזאמען.
יופיטער איז באוואוסט געווען שוין אין אוראלטע צייטן. זײַן מאסע איז 75% הידראגען און 25% העליום.
ביינאכט איז יופיטער דער דריטער ליכטיקסטער אביעקט אינעם הימל, נאך דער לבנה און ווענוס.
יופיטער האט 69 לבנות. גאלילעא גאלילעי האט געפינען די פיר גרעסטע פון זיי. די גרעסטע, גאנימעד, האט א דיאמעטער גרעסער ווי דער פלאנעט מערקור.
יופיטער באשטייט בעיקר פון וואסערשטאף, מיט א פערטל פון זיין מאסע העליום. ער האט אפשר א שטיינעדיג הארץ פון שווערערע עלעמענטן,[1] אבער גענוי ווי די אנדערע ריז פלאנעטן האט יופיטער נישט קיין קלאר-דעפינירטן אייבערפלאך. צוליב זיין גיכער ראטאציע איז דער פארעם פונעם פלאנעט א פלאכן ספערויד (ער האט א קליינטשיקע אבער באמערקלעכע פויש ארום זיין עקוואטאר). דער אטמאספער ווערט צעטיילט אין פארשידענע טיילן לויט די גארטל-ליניעס, און וואו זיי קומען צוזאמען פאסירן שטורעמען. איין תוצאה פון דעם איז דער גרויסער רויטער פלעק, א ריזיגער שטורעם וואס גייט אן זייט 1830 אוודאי, און איז אפשר דער זעלבער שטורעם וואס מען האט געזען דורך א טעלעסקאפ אין דעם 17טן יארהונדערט.
עטלעכע מאל האט מען אויסגעפארשט יופיטער מיט ראבאטישע קאסמאס־שיפן, דאס לעצטע מאל דורך דזשונא וואס ארביטירט יופיטער זייט דעם 4טן יולי 2016.[2][3]