נפתלי בענעט (געבוירן דעם 25סטן מערץ 1972, י' ניסן ה'תשל"ב) איז געווען דער 13טער פרעמיער מיניסטער פון ישראל, פארזיצער פון דער ימינה פארטיי, פון וועמענס וועגן איז ער א כנסת דעפוטאט. ער האט אמאל געדינט ווי פארטיידיקונגס־מיניסטער, דערציאונגס מיניסטער, גלות מיניסטער און געווען א מיטגליד פון דעם פאליטישן-זיכערקייט קאבינעט אין ישראל. ווען ער האט געדינט אין דער מיליטער איז ער געווען אין סיירת מטכ"ל. דערנאך איז ער געווארן א הייטעק איניציאטאר, איינער פון די גרינדער פון דער סאיוטה פירמע.
גיכע פאקטן געבורט, מדינה ...
פארמאכן