פרעזידענט פון פראנקרייך
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער פרעזידענט פון דער פראנצויזישער רעפובליק (פראנצויזיש: Président de la République française) איז דער ראש מלוכה און דער הויפט עקזעקוטיוו פון פראנקרייך. דער וואוינארט פונעם פרעזידענט איז דער עליזע פאלאץ אין פאריז.
פון די פינעף פראנצויזישע רעפובליקן זייט דער פראנצויזישער רעוואלוציע האבן פינף געשטעלט א פרעזידענט, אזוי איז די פרעזידענטור פון פראנקרייך די עלטסטע אין גאנץ אייראפע. אבער, יעדע רעפובליק האט געגעבן איר פרעזידענט אן אנדער מאנדאט, אנדער אויפגאבעס און אנדערע פליכטן. למשל, אין די טעג פון דער דריטער רעפובליק איז די אויפגאבע פונעם פרעזידענט געווען מערסטן צערעמאניש, און דער עיקר קראפט איז געליגן מיטן פרעמיער מיניסטער.
היינט, ביי דער פינפטער רעפובליק, וואס איר קאנסטיטוציע איז געווארן אוועקגעלייגט פאר שארל דע גאל אין דער צייט פון דעם אלזשיר קריזיס וואס האט אונטערגעווארפן די פערטע רעפובליק, איז דער פרעזידענט דער העכסטער פיגור אין דער רעגירונג פון פראנקרייך, מיט א ברייטן מאנדאט, ספעציעל אין די געביטן פון נאציאנאלער זיכערהייט און אויסלענדישן פאליטיק; ער איז דער הויפט קאמענדאנט פון דער פראנזויזישער מיליטער; ער באשטימט דעם פרעמיער מיניסטער, כאטש ער איז באגרעניצט אין דעם אז זיין פרעמיער מיניסטער דארף קענען באקומען א מערהייט אין פארלאמענט. דער פרעזידענט האט דעם כוח אפזאגן מיניסטארן פון דער רעגירונג (אחוץ דעם פרעמיער מיניסטער, וואס נאר פארלאמענט קען אפזאגן), באפרייען די נאציאנאלע זאמלונגג, שיקן געזעצן פאר א צווייטער באטראכטונג, און צו באשטימען 3 פון די 9 מיטגלידער אין דער קאנסטיטוציאנעלער ראט ביי זיין קאדענץ.
דער פרעזידענט פון פראנקרייך האלט אויך דעם אמט ווי איינער פון די צוויי פרינצן פון אנדארע.
דער היינטיקער פרעזידענט פון פראנקרייך איז עמנואל מאקראן, וואס דינט אין אמט זייט דעם 14טן מיי 2017.