רייף
עלאסטישער דעק מיט א רינג פארעם וואס ווערט מאנטירט ארום א ראד / From Wikipedia, the free encyclopedia
א רייף איז א רינג פון אן עלאסטישער מאטעריאל וואס באַדעקט א ראד. מערסט טראקט פארמיטלען און א סך אנדערע ניצן גומענע רייפן. די רייפן מאכן עס גרינגער פאר פארמיטלען צו פארן גלאַט. א טייל מעטרא באנען און טראַמען אויך ניצן גומענע רייפן ארום זייערע שטאָלענע רעדער פאר בעסערע האַלטונג ווי יענע פון אנדערע באנען.
רייפן דאַרפן ווערן פארבייט נאך וואס זייערע געוועבן וויאַנען. עס איז זייער געפֿערלעך צו פארן מיט אָפּגעברויכטע רייפן, ווייל די רייף קען צערייסן זיך און מאכן דעם שאָפֿער פארלירן קאנטראל.
אדורך טויזנטער יאר האט מען געמאכט רייפן פון לעדער, און פון אייזן אדער שטאָל אדורך הונדערטער. פּנעמאַטישע גומענע רייפן זענען געווארן גאנגבאר ביים סוף פונעם 19טער יארהונדערט.