כינע
לאנד אין מזרח אזיע / From Wikipedia, the free encyclopedia
כינע (ווערט אפיציעל גערופן די מענטשנ'ס רעפובליק פֿון כינע) איז א לאנד אין מזרח אזיע. איר הױפּטשטאָט איז בייזשינג.
מענטשנס רעפובליק פון כינע 中华人民共和国 Zhōnghuá Rénmín Gònghéguó | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | כינעזיש | ||||
הויפּטשטאָט | בייזשינג 36°55′N 116°23′E | ||||
רעגירונג | קאָמוניסטישע דיקטאַטור | ||||
פרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
שי דשינפינג לי קעטזשיאַנג | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
קוואַדראַט ק"מ [[ליסטע פון לענדער לויט שטח|]] | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
1,347,350,000 (2011) מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $11,300,000 מיליאן | ||||
וואַלוטע | רענמינבי | ||||
צײַט זאָנע | |||||
אינטערנעט דאָמען | cn. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 86+ | ||||
כינע איז דער וועלט'ס גרעסטע לאנד אין באפעלקערונג און איינע פון די גרעסטע לענדער אין שטח, בערך אזוי גרויס ווי די פאראייניגטע שטאטן. די כינעזער רופן זייער לאנד "זוהאנגאו" וואס מיינט צענטראלע לאנד, אדער מיטעלע קעניגרייך.
דער נאמען כינע איז געגעבן געווארן דורך אויסערן לענדער און איז געזעצט אויף א פריערדיגער לאנג יעריגער כינעזער פירער מיט'ן נאמען טשין. בייזשינג איז כינע'ס הויפטשטאט און קולטוראלע, עקענאמישע, און קאמוניקאציע צענטער. די שטאט שאנכיי איז דעם לאנד'ס פארנומענסטע שטאט מיט די מערסטע איינוואוינער און איז כינע'ס גרעסטע אינדוסטריאלע און קאמערציאלע שטאט ווי אויך די פארט שטאט פאר אלע אינטערנאציאנאלע ביזנעס.
מער פון א פינפטל פון דער וועלט'ס באפעלקערונג – 1.3 ביליאן מענטשן – וווינען אין כינע. ארום 90 פראצענט פון די באפעלקערונג זענען כינעזער און די איבעריגע 10 פראצענט זענען צוטיילט צו עטליכע מינאריטעט'ס און האבן זיך זייערע אייגענע שפראכן—צווישן זיי זענען מאנגאליש, טיבעטיש און אויגור אנערקענט מינאריטעט שפראכן. וויאזוי אימער, פארשטייען זיך אבער אלע כינעזער איינע מיט די אנדערע, דאס איז צוליב זייער שפראך שרייבן סיסטעם וועלכע'ס בוכשטאבן רעפרעזענטירן גאנצע ווערטער און נישט די הברה אזויווי אין רוב לענדער פון דער וועלט.
כינע איז אין די אלטע צייטן געווען דאס דאמינאנטע ציוויליזאציאזירטע לאנד פון גאנץ אזיע. אנדערע גרויסע געזעלשאפטן ווי קארעע, יאפאן, און וויעטנאם זענען אין יענע יארן געווען אונטער כינעזער השפעה, אויפציענדיג כינע'ס עסן, קולטור, פיליזאפיע, רעגירונג, טעכנאלאגיע, און דער געשריבענער שפראך.
צווישן די יארן פונעם 7טן און 14טן יארהונדערט האט כינע אויסגעטראפן אסאך פארגעשריטענע ציוויליאזירטע אויסטרעפונגען ווי פאפיר, פרינטינג, גאן שטויב, זיידן, און דער קאמפאס וועלכע זענען ערשט גענוצט געווארן אין כינע און זענען שפעטער צושפרייט געווארן אויף די גאנצע וועלט.
כינע'ס פאליטישע שטארקייט האט אנגעהויבן פאלן ווען די אייראפעאישע אימפעריעס האבן זיך אנגעהויבן צושפרייטן אין מזרח אזיע אין די מיטעלע יארן פונעם 18טן יארהונדערט.
טיילן פון כינע זענען דעמאלט אריבעגעגאנגען צו אנדערע הערשאפטן ווי מעקא צו פארטוגאל און האנג קאנג צו בריטען. די שטארקייט פון כינע איז נאך מער צופאלן ווען קאמוניזם האט אנגעהויבן איבערנעמען די וועלט אין די אנפאנג פונעם 19'טן יאר-הונדערט. כינע האט קוים געהאט דורכגעמאכט א שווערע קריג מיט די יאפאנעזער ווען דאס לאנד איז צוטיילט געווארן איבער די קאמוניזם פראגע און עס האט אויסגעבראכן א ציווילע קריג וועלכע האט אנגעהאלטן אסאך יארן ביז אין 949' ווען די קאמוניסטן האבן געזיגט און אויפגעשטעלט די מענטשנ'ס רעפובליק אוו כינע.
די נאציאנאליסטן האבן דעמאלט זיך געשטארק אויף די טייוואנער אינזל און אויפגעשטעלט א נאציאנאלע רעגירונג, האבנדיג קאנטראל נאר אויף טייוואן. אין פאקט איז טייוואן א טייל פון כינע און אירע פירער האפן נאך אמאל זיך צו פאראייניגן מיט כינע אויב זי וועט אויפלעזן קאמוניזם. אבער די צוויי רעגירונגען האבן זיך אפגעזונדערט זייער ווייט איינע פון די אנדערע און די וועלט האט זיי גענומען באטראכטן וויי צוויי אנדערע לענדער. וויבאלד עס איז אזוי אנגענומען געווארן האבן אלע גיאגראפישע ארטיקל צוטיילט די צוויי רעגירונגען צו צוויי באזונדערע ארטיקלן.
ווען איינער באטראכט כינע פון אינדרויסן און אפילו פון אינעווייניג קען מען שווער גלייבן אז דאס איז א קאמוניסטישע לאנד. דאס איז ווייל די עקענאמישע סיסטעם איז שטארק רעפארמירט געווארן אין די 80ער און 90ער יארן און אויסערן האנדל איז געווארן איינגעפירט אויפ'ן העכסטן פארנעם. נאך אלעם ווערט נאך אלס כינע באטראכט אלס אן ארים לאנד לויט די וועלטליכע סטאנדארטן. די צוויי אינזלן, מאקא און האנג קאנג, זענען ביידע מיט די יארן צוריקגעגעבן געווארן צו כינע אבער זיי האבן באקומען א ספעציעלע מאס פון אויטאנאמיע.
דער נאציאנאלער בוים פון כינע איז די סאסנע.