פאציפישער אקעאן
ים / From Wikipedia, the free encyclopedia
דער פּאַציפֿישער אָקעאַן, שטילער אָקעאַן, שטילער ים, אדער דער פּאַציפֿיק, איז דער וועלט'ס גרעסטער אקעאן וואס טיילט אפ אזיע מיט די אמעריקע'ס און דעגרייכט די דרום און צפון זייטן פון דער וועלט. דער פאציפיק פארנעמט א דריטל שטח פון דער וועלט און מעסט זיך 165.2 מיליאן קוואדראט קילאמעטער (111.6 מיליאן קוואדראט מייל) וואס איז מער פון די סך הכל יבשה וואס די וועלט פארמאגט.
דער פאציפיק אנטהאלט 32 פראצענט פון אלע וואסערן איבער דער וועלט.
ער איז דער גרעסטער און דער טיפסטער אקעאן פון אלע אקעאנען. דאס טיפסטע ארט אינעם פאציפיק איז איבער 31 טויזנט פיס. וואס איז עפעס מער פון 6 מייל טיף.
דער פאציפישער אקעאן איז פארבונדן מיטן אטלאנטישן אקעאן דורכן פאנאמא קאנאל.
עס געפונען זיך 25,000 אינזלען אינעם פאציפישן אקעאן, מער ווי אלע אנדערע אקעאנען צוזאמען. רוב פון זיי זענען דרום פונעם עקוואטאר.
אזוי ווי דער פאציפישער אקעאן גייט אריבער דעם 180º מערידיאן, איז דער מזרח פאציפיק אינעם מזרח האלבקיילעך און דער מערב פאציפיק אינעם מערב האלבקיילעך.
צו דער לענג פונעם אקעאן צו מערב געפינען זיך עטלעכע ראנד־ימען. די גרעסטע פון זיי זענען: צעלעבעס ים, קאראל ים, מזרח כינע ים, יאפאנישער ים, סולו ים, טאסמאן ים, בערינג ים און דער געלער ים.