ניגעריע
From Wikipedia, the free encyclopedia
ניגעריע (אפיציעל די פעדעראלע רעפובליק פון ניגעריע) איז א לאנד אין מערב אפריקע, וואס איז רייך אין אויל און אין אנדערע נאטורליכע אוצרות אין מינעראלן. ניגעריע גרענעצט ניזשער צו צפון, טשאד צו צפון־מזרח, קאמערון צו מזרח און בענין צו מערב. די דרום זייט פון לאנד איז זיין בארטן, פלאצירט אויף דער בוכטע פון גינע און דעם אטלאנטישן אקעאן. די פעדעראציע באשטייט פון 36 שטאטן און איין פעדעראלע הויפטשטאט טעריטאריע וואו עס געפינט זיך די הויפטשטאט, אבודזשא. די קאנסטיטוציע דעפינירט ניגעריע ווי א דעמאקראטישער וועלטלעכער שטאַט.[1]
פעדעראלע רעפובליק פון ניגעריע | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אפריקע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | ענגליש | ||||
הויפּטשטאָט | אבודזשא 9°10′N 7°10′E | ||||
רעגירונג | פעדעראלע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
גודלאק דזשאנאטאן | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
923,768 קוואַדראַט ק"מ 32 1.4% | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
154,729,000 8 167.5 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $341.572 ביליאן (46סט) | ||||
וואַלוטע | נאַירא | ||||
צײַט זאָנע | |||||
אינטערנעט דאָמען | ng. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 234+ | ||||
מיט 154,729,000 איינוואוינער איז זי דאס מערסט באפעלקערטע לאנד אין אפריקע. איר הױפּטשטאָט איז אַבודזשאַ, און די גרעסטע שטאָט איז לײגאָס.
ניגעריע איז געווען די היים פון א צאל אוראלטע קעניגרייך און שטאטן במשך די יארטויזנטער. די מאדערנע מדינה שטאמט פון בריטישן קאלאניע-הערשאפט וואס האט אנגעהויבן אינעם 19טן יארהונדערט, און די היינטיגע צורה איז געקומען מיט דעם צונויפגיסן פונעם דרום ניגעריע פראטעקטאראט מיטן צפון ניגעריע פראטעקטאראט אין 1914. ניגעריע איז געווארן אן אומאפהענגיקע פעדעראציע אין 1960. צווישן די יארן 1967 ביז 1970 האט דאס לאנד געליטן פון א בירגערקריג. דערנאך האט די רעגירונג געוואקלט צווישן דעמאקראטיש געוויילטע פארלאמענטן און מיליטערישע דיקטאטורן ביז ענדלעך אין 1999 האט עס דערגרייכט א סטאבילע דעמאקראטיע. די פרעזידענט-וואלן אין 2011 זענען געווען די ערשטע וואס זענען געווען גאנץ פריי און יושרדיק.[2]
אין די לעצטע יארן האט מען דארטן געטראפן אסאך דיאמאנטן גרובער, וואס דאס האט שטארק אראפגעברענגט דעם מארק, זינט דורך דעם האט דע בירס פארלוירן דעם מאנאפאל.
עס זײַנען דאָ װײניק ייִדן אין ניגעריע, זיי זײַנען איגבאָס, אַן אַפֿריקאַנישער שבֿט.
ניגעריע ווערט אפט גערופן דער "ריז פון אפריקע ", צוליב איר גרויסע באפעלקערונג און עקאנאמיע.[3] מיט 201 מיליאן באוואוינער, איז ניגעריע דאס מערסט־באפעלקערטע לאנד אין אפריקע און דאס זיבעטע מערסט־באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט. ניגעריע האט די דריט־גרעסטע יוגנט־באפעלקערונג אין דער וועלט, נאך אינדיע און כינע, מיט מער ווי 90 מיליאן פון אירע באוואוינער אונטער 18.[4][5] דאס לאנד ווערט גערעכנט א פילנאציאנאלע מדינה, מיט 250 עטנישע גרופעס,[6] פון וועלכע די דריי גרעסטע זענען די הויזע, איגבא און יארובא; די עטנישע גרופעס רעדן מער ווי 500 פארשידענע שפראכן.[6][7][8][9] די אפיציעלע שפראך פון ניגעריע איז ניגערישע ענגליש וואס איז א צד־השווה איבער אלע באזונדערע שפראכן אין לאנד. ניגעריע איז צעטיילט אויף צוויי צווישן קריסטן, וואס וואוינען מערסטנס אין דרום טייל פון לאנד, און מוסולמענער, וואס וואוינען מערסטנס אין צפון. א מינערהייט פון דער באפעלקערונג האלטן די אלטע רעליגיעס פון ניגעריע, ווי למשל די אלטע רעליגיעס פון די איגבא און די יארובא.