פוילן
לאנד אין צענטראל־אייראפע / From Wikipedia, the free encyclopedia
פּוילן (פּויליש: Polska), אפיציעל די רעפובליק פון פוילן (פּויליש: Rzeczpospolita Polska; קאַשוביש: Pòlskô Repùblika; שלעזיש: Polsko Republika), איז א לאנד אין אײראָפּע וואס גרענעצט דײַטשלאַנד צו מערבֿ; טשעכײַ און סלאָוואַקײַ צו דרום; אוקראַינע, בעלאַרוס און ליטע צו מזרח; און דעם באלטישן ים און קאַלינינגראַדער אָבלאַסט, רוסלאַנד, צו צפון. דער שטח פון פוילן איז 312,679 קוואדראט ק"מ,[1] אזוי איז עס דאס 69סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט און דאס 9טע גרעסטע אין אייראפע. מיט א באפעלקערונג איבער 38 מיליאן מענטשן,[1] איז פוילן דאס 34סטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט[2] און דאס זעקסטע מערסט באפעלקערטע מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד. פוילן איז אן איינהייטלאנד מיט 16 וואיעוואדעשאפטן. זײַן הױפּטשטאָט איז װאַרשע.
רעפובליק פון פוילן Rzeczpospolita Polska | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | פויליש | ||||
הויפּטשטאָט | ווארשע 52°13′N 21°02′E | ||||
רעגירונג | |||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
אַנדריי דודאַ מאַטעאוש מאראַוויעצקי | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
312,679 קוואַדראַט ק"מ 70 2.6% | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
38,533,299 34 122 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | 512,890 מיליאן $ (23סט) | ||||
וואַלוטע | זלאטי | ||||
צײַט זאָנע | צענטראל-אייראפעישע צייט | ||||
אינטערנעט דאָמען | pl. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 48+ | ||||
פוילן איז א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד, נאטא, די פאראייניגטע פעלקער, די וועלט האנדל ארגאניזאציע, די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג (OECD), אייראפעישער עקאנאמישער ראיאן, אינטערנאציאנאלע ענערגיע אגענטור, אייראפע ראט, ארגאניזאציע פאר זיכערקייט און קאאפעראציע אין אייראפע, אינטערנאציאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור און G6.
די אפטייטש פון פוילן איז א גלייכער פלאץ. (אין דער חסידישער וועלט איז באקאנט דער טייטש: פועל ישועות, אלץ גוטס). היינט אויף פויליש: פאָלסקא (טייטש: לאנד פון פעלקער).